FAQ‮ יוניקאָד װאָרטירער ‬"‮יודיט‬"
===========================
2.3‮װערסיע: ‬
<gsinai@yudit.org>‮מחבר: גאַספּאַר סינײַ ‬
2001-02-06‮טאָג: טאָקיאָ, ‬
<raphael@cs.uky.edu> ‮איבערגעזעצט: רפֿאל פֿינקל‬

‮? ‬FAQ‮פֿ'1: װי אַזױ קען איך נאָכאַמאָל זען די-אָ ‬
‮' אין באַפֿעל-אָרט.  איר קענט ענלעך באַקומען‬help‮ע'1: שרײַב '‬
‮' אין באַפֿעל-אָרט.  מען קען‬test‮אַ פּרוּװ-זײַטל מיט אַרײַנשרײַבן '‬
‮' צו‬howto configure‮ און '‬'howto japanese‮אַרײַנשרײַבן '‬
‮באַקומען די אינסטרוקציע זײַטן.‬

‮פֿ'2: פֿון װאַנען קען איך באַקומען דערהײַנטיקונגען?‬
‮ .‬http://www.yudit.org/‮ע'2: פֿון ‬

‮' קנעפּל, אָבער גאָרניט פּאַסירט.‬save‮פֿ'3: איך האָב געדריקט אױף '‬
‮פֿאַרװאָס?‬
‮ע'3: יודיט פֿאַרמאָגט אַ באַפֿעל-שורה (אונטן). מסתּמא דאַרפֿט איר‬
‮' קלאַװיש.‬enter‮נאָר דריקן די '‬

‮' אױבן אױף רעכטס, װאָס װײַזט‬Line Break‮פֿ'4: װאָס באַדײַט דער '‬
‮'?‬Unix‮געװײנלעך '‬
‮ע'4: צום סוף פֿון אַ שורה זײַנען כּלערלײַ קאָדן אין פֿאַרשידענע‬
‮אָפּעריר-סיסטעמען. יודיט לאָזט איר זאָלט קענען אַרײַנמישן ‬
‮פֿאַרשידענע פֿאָרמען אין אײן טעקע, כאָטש ס'איז ניט קײן גוטע עצה.‬
‮אָט זײַנען די קאָדן:‬
 UNIX='\n'
 DOS='\r\n'
 MAC='\r'
 ‮ יוניקאָד שורה ענדונג‬LS = U+2028
 ‮ יוניקאָד פּאַראַגראַף ענדונג‬PS = U+2029 

‮פֿ'5: װי קען איך זען אַ רשימה פֿון אַרײַנשרײַב קאָדן‬
‮ ברירות)?‬-e‮ (צוליב ‬
‮' אין אַ "שעל"‬uniconv -h‮' אָדער '‬man uniconv‮ע'5: שרײַב '‬
‮(באַפֿעל) פֿענסטער.‬

‮פֿ'6: װי קען איך צולײגן מײַן קלאַװיִאַטור אַרײַנשרײַב טעקע?‬
‮ע'6: קען זײַן אַז יענע טעקע געפֿינט זיך שױן אין ‬
/usr/local/share/yudit/data
‮ טעקע:‬my‮ טעקע אין אַ ‬kmap‮אױב אַזױ, דאַפֿט איר איבערװאַנטלען די ‬
mytool -type kmap -kmap My.kmap -rkmap My.kmap  -write My.my
‮אַזױ:‬ ~/.yudit/data‮ צום אָרט ‬My.my‮דערנאָך דאַרפֿט איר איבערציען ‬
cp My.my ~/.yudit/data
‮ טעקע איך זאָל קענען ‬kmap‮זײַט אַזױ גוט ון שיקט מיר אײַער ‬
‮ טעקעס‬kmap‮אַרײַנשטעלן אין קומענדיקער אױסגאַבע.  נאָך פּרטים װעגן ‬
‮קען מען זען אין ‬
/usr/local/share/yudit/doc/keymap-format.txt
‮ען װאָס קומען מיט יודיט זײַנען אין‬kmap‮די קװאַל-פֿאָרעם פֿון יענע ‬
/usr/local/share/yudit/src/

‮ שריפֿט?‬TrueType‮פֿ'8: װי קען איך צושטעלן אַ ‬
‮ אָדער די שריפֿט‬(symbolic link)‮ע'8: אָדער לײג אַרײַן אַ צובינד ‬
‮אַלײן אין‬
    /usr/local/share/yudit/fonts
‮ אין‬editor.fonts.TrueType‮און לײג צו דער שורה ‬
/usr/local/share/yudit/config/yudit.properties

‮פֿ'9: צי װעט אַרױס אַמאָל אַ מיקראָסאָפֿט-פֿענסטער װערסיע?‬
‮ע'9: יודיט ניצט אַן אַבסטראַקטן פֿענסטער פּראָגראַמװאַרג.  אַזױ איז‬
‮מעגלעך איבערצוברענגען יודיט אין פֿאַרשידענע קאָנטעקסטן, װי,‬
‮ װאָלט געקענט דאָס‬c++‮.  אַ מבֿין אין פֿענסטער און ‬svgalib‮למשל, ‬
‮פּועלן אין אײן װאָך אַרבעט. די גאַנצע געשעפֿט קען מען שױן‬
‮ מיט באַפֿעל-שורות, אָבער דער‬Visual Studio‮קאָמפּילירן אונטער ‬
‮ גײט נאָכניט, װײַל איך האָב ניט‬(gui)‮גראַפֿישער ניצער עקראַן ‬
‮אַרײַנגעשטעלט קײן פֿענסטער פֿײיִקײַטן. איך האָב ניט אין זינען אַזױ‬
‮צו טאָן, אָבער איך װעל אַרױסגעבן אַלע פּראָגראַמװאַרג װאָס מען װעט‬
‮מיר צושיקן צוליב דעם.‬

‮: װי גוט איז יודיט װי אַ יוניקאָד װאָרטירער?‬10‮פֿ'‬
‮: איך האָב זיך געמיט פֿאָלגן דעם יוניקאָד סטאַנדאַרט װען נאָר‬10‮ע'‬
‮מעגלעך. עס זײַנען אָבער דאָ פּיסטשעװקעס װאָס מען קען זען אין‬
/usr/local/share/yudit/doc/Yudit.bidi.txt
‮בפֿרט בנוגע צװײקאַנטישקײַט. ‬

‮: איך האָב געשריבן דרײַ טעקעס אין דעם באַפֿעל-שורה, אָבער‬11‮פֿ'‬
‮בלױז אײנע לאָזט זיך װײַזן.‬
‮: זײ געפֿינען זיך נאָך אין געשיכטע רשימה. אין באַפֿעל-אָרט,‬11‮ע'‬
‮ אָדער "פֿײַל אַראָפּ"‬(Ctrl-k‮אָדער ‬)‮קענט איר אַרײַנקלאַפּן "פֿײַל אַרױף" ‬
‮ אַדורכצובלעטערן די טעקע געשיכטע.‬(Ctrl-j‮אָדער ‬)

‮: װוּ זײַנען די "הײסע קלאַװיש" דעפֿיניציעס?‬12‮פֿ'‬
‮: דאָס רובֿ קען מען זען; די געלע כּלי-שפּיץ װײַזט זײ מיט‬12‮ע'‬
Alt‮ און אי מיט ‬Shift‮אַן אונטערשטרײַכל. דאָס רובֿ אַרבעטן אי מיט ‬
‮קלאַװישן.  דער װאָרטירער פֿאַרמאָגט די דאָזיקע הײסע קלאַװיש ‬
‮צובינדענישן:‬
‮b: זײַט אַרױף‬
‮f: זײַט אַראָפּ‬
‮k: שורה אַרױף‬
‮n אָדער j: שורה אַראָפּ‬
‮h: לינקס‬
‮l: רעכטס‬
‮m: מעק אָפּ אַ גאַנצע שורה‬
‮x: מעק אָפּ די אױסקלײַב‬
‮v: קלעפּ די אױסקלײַב‬
‮ אָדער בײדע בשעת איר רירט דאָס‬Meta‮ אָדער ‬Shift‮אױב איר דריקט ‬
‮מײַזל, װעט יודיט אױסקלײַבן דעם טעקסט װאָס אונטער דעם מײַזל.‬
‮אַ פֿאַרטאָפּלט מײַזל-דריק װעט אױסקלײַבן די גאַנצע שורה.‬

‮: װי קען איך לײענען די אינהאַלט פֿון אַ בינאַרישער ‬13‮פֿ'‬
‮ טעקע?‬(keymap)‮קלאַװיש-דעפֿיניציע ‬
‮: מען קען אַרױסברענגען אַזױ:‬13‮ע'‬
 mytool -my /usr/local/share/yudit/data/GreekBible.my \
      -convert mys -write GreekBible.mys

‮: װי קען איך  גיך אַרײַנקלאַפּן אַ יוניקאָד אות?‬14‮פֿ'‬
‮: בײַט די אַרײַנשרײַב פֿאָרעם צו יוניקאָד, קלאַפּ אַררײַן‬14‮ע'‬
‮ איז אַ נומער אין העקסידעצימיש.‬x‮, װוּ ‬Uxxxxxxxx‮ אָדער ‬uxxxx

‮: װי קען איך איבערבײַטן טעקסט?‬15‮פֿ'‬
‮: אין באַפֿעל-אָרט שרײַבט אַזױ:‬15‮ע'‬
replace old-text new-text

